Sunday, August 28, 2005

יום א´ לסדר ראה אנכי נותן לפניכם

הייסן הייס איך שמואל זנוויל מאָשקאָוויטש. שמואל נאָך מײַן מאַמענס אַ זיידע וואָס מען זאָגט אויף אים אַז ער האָט אַמאָל אַ לעק געטאָן אַ פאַרפרוירענער באַניסטער און דער צינג האָט זיך אים צוגעקלעבט און ווען איך פלעג צופיל צו רעדן אַלץ קינד פלעגט מײַן טאַטע זאָגן פאַר מײַן מאַמע ´נאָר זײַן נאָמן האָסט דו אים געקענט געבן, זײַן צינג האָסט דו אים געדאַרפט געבן.´ זנוויל איז פון מײַן טאַטענס זײַט, דער איינציקסטער גאַליציאַנער בליט וואָס לויפט בײַ אונז אין דער פאַמיליע און איך מיין וואָס מײַן טאַטע האָט געשטערט איז געווען אַז מײַן מאַמענס זײַטס נאָמן איז אויסגעקומן פאַר זײַן זײַט. אָבער פרעג איך אײַך וואָס פאַר אַ טעם וואָלט עס געהאַט צו הייסן זנוויל שמואל? אָבער שוין וואָס האָב איך אויפצושרײַבן וועגן מײַנע קינדערישע יאָרן, מיר חשקט זיך צו דערציילן סתם וועגן מײַן לעבן, פון ווען איך זאָג מודה־אני ביז איך זאָג המפּיל, פון שיר השירים ביז איך שנײַדט מיך די נעגל און פון אחות קטנה ביז שמעו נא רבותי. אַ מאָדנע תאווה, איך ווייס, אָבער נישט ערגער ווי אַנדרע תאוות. איך דאַרף גיין דאַווענען מנחה מעריב ממילא ענדיג איך דאָ אָבער עוד היום גדול און מאָרגן איז אי"ה אויך אַ טאָג.
ש.ז.מ.