Sunday, September 25, 2005

פּרשת כּי־תבא

יום א´ לסדר ושמת בטנא
ס´איז זינטיק און דער רעגירונג איז געגאנגן אײַנקויפן. קײַן גרױסע חידוש איז עס נישט װײַל אַזױ װי די ספרים הקדושים זאָגן אַז דער נאַכט איז באַשאַפֿן געװאָרן אױף צום לערנען אַזױ איז באַשאַפֿן געװאָרן זינטיק אױף שאָפּינג. דערצו איז זײער גוט אױסגעשטעלט אַז די ייִנגלעך גײן אין חדר אױך אױף זינטיק ממילא קען איך גײן אין בית המדרש עפּעס לערנען און זי קען טון װאָס זי טוט דאָס בעסטע. בײַ צדקה אַפּיעלס װאָס די װענט זענען אַלע אָנגעקלעבט פֿאַר די קומענדיקע סליחות טעג בעט מען אַלץ אַז מען זאָל געבן יותר מכּפֿי יכלתו, מער װאָס עס איז מעגליך. אַזױ קױפֿט אײַן דער רעגירונג. איך מײן נישט אַז זי גיט אױס מער װי מיר פֿאַרמאָגן, אױף דעם זענען דאָך פֿאַראַן קרעדיט קאַרטלעך. אױסער דעם האָט זי אַזאַ נאַטור אַז דרײַ פֿערטעל פֿון װאָס זי קױפֿט טראָגט זי צוריק דעם נעקסטן טאָג.

אױך נישט מער װאָס זי קען שלעפּן װײַל אױף דעם בין איך דאָך דאָ. זי רופֿט אױפֿן סעל 'שמואל, קום מיך אױפֿפּיקן פֿון...' און װוּ איך זאָל נישט זײַן און װוּ זי זאָל נישט זײַן זאָג איך הנני.

דאָס װײס איך נאָר נישט פֿאַרװאָס זי רופֿט מיך שמואל און נישט שמואל זנװיל. ס'איז אײנס פון די זאַכן װאָס ס'איז שװער צו פֿרעגן אפֿילו דער אײגענער װײַב. זײַט נאָך דער חתונה רופֿט זי מיר אַזױ און דעמאָלסט האָב איך מיך געשעמט איר פרעגן פֿאַרװאָס זי לאָזט אױס מײַן האַלבער נאָמן און ס'איז שױן געבליבן בײַ דעם. אַזױ װי תחײת המתים. אַמאָל האָבן מיר פאַרצױגן אַ שמועס בײַ פֿרישטיק װעגן אַ מימע װאָס איז אַװעק און איך האָב מיך אױסגעדרוקט אַז װען משיח װעט קומן װעלן מיר װידער זײַן צוזאַמן. מיטאַמאָל האָט מען בלױז געהערט װי זי קײַט איר פּעניצל. ס'איז זײער שװער צו פֿרעגן דער אײגענער פֿרױ, 'זאָג נאָר, אסתר מרים, דו גלײבסט אין תחיית המתים?' אפֿשר הערשט די אײגענע װײַב. אַז איך געטרױ איר נישט אױף אַזעלכע פּשוטע זאַכן קען דאָך חלילה זײַן דער ערגסטע. איך קען דאָך נישט שטעלן אַ משגיח אין מײַן קאָך. און װער רעדט נאָך פֿון די בינו לבינה ענינים, ס'איז אַ פּחד צו טראַכטן. בין איך געגאַנגן זוכן אַ שײן געבינדענער אני מאמין אױף דעם אַרױפֿצושטעלן איר נאָמן אין גאָלד און איבערגעבן מסיח לפֿי תומודיק לכּבוד אַ יום־טוב צי װאָס. האָט זיך אױסגעשטעלט אין דער ספרים געשעפֿט אַז אני מאמין קומט נישט אין לעדער. דער געשעפֿטסמאַן האָט מיר געװיזן רזיאל המלאך'ס, גאָט־פֿון־אברהם'ס, דער תחינה פֿאַר נאָך ליכט צינדן און סתם תחינות אָבער נישט אני מאמין'ס. ער האָט געזאָגט אַז ס'איז דער ערשטער מאָל װאָס מען בעט אַזױנס פֿון אים.

דער יותר מכּפי יכולתו וואָס איך מיין איז אַז זי קויפט מער וואָס זי קען בכלל אָנטון. אַפילו נאָך וואָס זי גיט צוריק בלײַבט איבער װאָס אַנדרע וואָלטן זיך געקענט אױסקלײדערן אױף שבע ברכות און ס'זאָל נאָך איבערבלײַבן װאָס אָנצוטון, אַז דער אײבישטער העלפֿט, אױפֿן פּדיון הבן. ענדלעך צו װען די ייִדן זענען אַרױס פֿון מצרים, פֿיר פֿינפֿטלעך זענען געשטאָרבן בײַ מכּת חשך און אַלץ איז איבערגעבליבן ששים רבוא. איך רעד מיך נישט אָפּ, פשוט ס´זעט מיר אויס מאָדנע אַז מען דאַרף אַזויפיל פּאָר שיך ווען רוב פון זיי טוט מען נישט אָן מער ווי איין מאָל אַ יובל. פאַרדעם אין מצרים האָט מען אָנגעזאָגט די פרויען זיי זאָלן באָרגן פון די שכנים ווײַל ווען מען זאָל שיקן די מענער וואָלטן זיי געבעטן נישט מער ווי אַ העמד, אַ פּאָר הויזן און אַ רעקל. שיק אָבער אַ ייִדישע ייִדינע און זי וועט צוריק קומן מיט אַ גאַנצע גאַרדעראָב. איך קען מיך אָבער מיט איר נישט טענהן ווײַל וואָס זי האַנדעלט נאָר נישט אײַן איז אַ מציאה וואָס מען צאָלט פאַר דעם פיל מער ערגעץ אַנדערש. דער רעגירונג האָט פאַרבינדונגן וווּ אַלעס קען זי באַקומן חצי חנם. במערבא אמרו מצא או מוצא, בײַ מיר איז בלויז אַ מציאה.

יום ג´ לסדר ואכלו בשעריך ושבעו
מען האָט מיך געלאַדענט אויף אַ בר־מצווה, גאָר אַ ´סיריעס אַפייר´ איז עס געווען. בײַ יעדער פּלאַץ איז געווען אפשר דרײַ גלעזלעך. איך האָב אינגאַנצן נישט פאַרשטאַנען דעם עסק און אַ מזל אַז לעבן מיר איז געזעסן אַן אויסערגעווענלעכן מבין. ער האָט געזאָגט אַז איינס פון די גלעזלעך זענען פאַר רויטע ווײַן און איינס פאַר ווײַסע ווײַן נאָר וועלכע איז פאַר וואָס איז ער נישט געווען זיכער. דער דריטער גלעזל האָט ער געפסקנט איז פאַר די וואָס טרינקן די זיסע געטראַנקן אָדער וואַסער. מײַן שכן דער מבין האָט אַוועקגעמאַכט כּמעט יעדער ווײַן. ווען מען האָט געברענגט די ישראלישע ווײַנען האָט ער געזאָגט "אויך מיר אַ ווײַן, לאָמיר זען זיי זאָלן האָבן קאַליפאָרנישן ווײַן". ווען מען האָט שוין יאָ געברענגט קאַליפאָרנישן ווײַן האָט ער געשריגן "ס´איז ספעשעל רעזערוו?" מען האָט געזען אַז ער איז אַן ערענסטער מבין ווײַל ער האָט געוויסט אַז דאָס לעכעל פון אינטער דאָס פלעשל איז אַרײַנצושטעקן דער קליינער פינגער בשעתן גיסן, און ער האָט אויך געוויסט אַז נאָך מען נעמט אַראָפּ דער שטאָפּער לייגט מען עס אַראָפּ ליגענדיק אויפן מויל פון פלעשל. אינטערסאַנט, אַז איך האָב נישט באַמערקט אַז ער טרינקט עפּעס אָבער מען האָט קלאָר געזען אַז ער ווייסט וואָס ער רעדט. בײַ דער יוך האָב איך אים געפרעגט צי מען ניצט דער לאַנגער לעפל צי דער רונדעכיקער איז ער געווען צוּ פאַרטיפט אין דער גדלות פון דער פרײַז פון דער ´בלו לייבל´ אַז ער האָט אפילו נישט געהערט מײַן שאלה. וואָס האָט מיר פאַרדראָסן איז געווען אַז יעדער האָט באַקומן אַ קליינער פלעשל קאָויק. ממש אַרוסגעוואָרפן ייִדיש געלט. דער געלט וואָס ס´קאָסט צוויי אַזעלכע פלעשלעך קען מען קויפן איין גרויסער פלעשל וואס האָט פינעף מאָל אַזויפיל. איך בעט מיך בײַ די יונגעלײַט ווען זיי קומן קויפן פאַר אַ זכר אַז זיי זאָלן זיך נישט נאַריש מאַכן כאָטש איך מאַך בײַ די קליינע פלעשער אַסאַך מער געלט. די סערווירער בײַ די בר־מצווה זענען אויך געווען עפּעס אַזוינס און אַזעלעכס. מיט ווײַסע הענטשקעס זענען זיי אַלע געגאַנגן. איך בין נאָר נישט זיכער צי די לעכער בײַ די קנעכל איז במחשבה תחילה אָדער אַזאַ זכר לחורבן.

יום ד´ לסדר וענית ואמרת
איך שרײַב די שורות מיט אַן אויסערגעווענדלעכער שמחה. הײַנט בײַם שיעור משניות וואָס איך לערן פאָר יעדן טאָג צווישן מנחה און מעריב איז צו מיר צוגעקומן דער גבאי און עפּעס אַרײַנגערוימט אין אויער. איך האָב נישט אַרויסגעוויזן התפּעלות און איך האָב צאַמגעלייעגט די שפּיצן פון אַלע פינגערס און געשאָקלט מיטן האַנט מיט אַזאַ כּלומר פון חבי כּמעט רגע ווײַל איך קען נישט מפסיק זײַן דעם שיעור און גורם זײַן ביטול תורה פון איבער צען ייִדן וואָס זיצן בײַ מײַן שיעור. צווישן זיי זענען דאָ אַפּאָר ערענסטע תלמידי חכמים אויך. דער גבאי האָט געוואָלט וויסן צי וויבאַלד דער בעל־קורא ר´ הערשל מ. זיצט שבעה נאָכן טאַטן זײַנעם צי איך קען נישט אפשר ליינען פרשת כּי־תבוא. איך האָב מיך באַלד אויסגעדריקט מיט ברוך דיין אמת און זיך גענומן צום ענין. מאָנטיק און דאָנערשטיק בכבוד גדול אָבער אויף שבת איז פשוט נישט דאָ גענוג צײַט. ´במקום שאין איש´ האָט ער אָנגעהויבן. איך האָב אים געזאָגט אַז אויף אַ במקום שאין איש זענען דאָ אַנדרע אויך.

"וואָס הערט זיך מיט זײַן סליחות אויפן צווייטן זינטיק?"

"איך פאַרשטיי נישט", זאָגט דער גבאי. האָב איך מיך גענומן אויסרעכענען אַלע ר´ הערשלס חזקהס. דער זיבעטער סליחות אויף אַ יאָר ווי הײַ יאָר ווען מען זאָגט זיבן טעג פאַר ערב ראש השנה, מנחה דער צווייטער טאָג ראש־השנה און דער מיטוואָכדיקער שיר היחוד אויף כּל־נדרי בײַ נאַכט. דער גבאי האָט עס אין אַכט גענומן און איך ערוואַרט אַז ס´וועט אם ירצה השם זײַן תחל שנה וברכותיה. נישט חלילה אַז איך פריי זיך אַז ר´ הערשל זיצט שבעה נאָכן טאַטן אָבער ווי ס´שטייט אין ספרים מאתו לא תצא הרעות אַז דער באַשעפער טוט קיינמאָל נישט קיין שלעכטס און דאָס איז דער גוטס דערפון אַז צו מיר וועט אפשר אַריינפאַלן אַ ברעקל פון ר´ הערשלס טעלער. זײַן פאָטער איז געווען אַ זקן אין די נײַנציקערס.

יום ה´ לסדר ושמחת בכל הטוב
בײַם אור החיים הקדוש שיעור וווּ איך זעץ מיך צו אַ יעדער דאָנערשטיק בײַ נאַכט האָט מען פאָרגעלערנט אויף ושמחת בכל הטוב אַז ווען מענטשן זאָלן וויסן דער זיסקייט פון דער תורה וואָלטן זיי משוגע געוואָרן איר נאָכצויאָגן, און איך האָב מיך דערמאַנט אין מײַן שבתי. בײַ די זעכצן האָט מען מיר אָנגעהויבן צו זאָגן מיט וואָס פאַר אַ התמדה ער לערנט און איך האָב געשעפּט אויסטערלישן נחת אַז ענדלעך האָט ער זיך גענומן צום לערנען. מען האָט מיר געזאָגט אַז ער זיצט שעות ארוכות בײַם גמרא, ער שטייט אויף פאַרטאָגס און לייגט זיך שפּעט, ער לייגט זיך נישט מיטאָג און אַפילו שבת נאָכמיטאָג זיצט ער און האָרעוועט. ווער ס´איז געקומן צופאָרן האָט מיר געברענגט פרישע גריסן און איך האָב פריש אויפגעקוועלט. דער רעגירונג האָט געזאָגט אַז עפּעס שמעקט איר נישט און איך האָב איר באַרוהיקט אַז זי ווייסט נישט וויאַזוי עס איז אין די ישיבות. פאַרקערט, האָב איך געזאָגט, מען וועט מיט אים קענען טון גאָר אַ פײַנעם שידוך און אַז מען הייבט גוט אָן מיטן עלטסטן פאָרן שוין די אַנדרע געשמירט. איך האָב מיך אָנגעהויבן צו זאָרגן ווען ער האָט אויפגעהערט רופן. דערנאָך דערציילט מיר איינער אַז ער דרייט זיך אויף גאולה מיט אַ צעטעל מעורר צו זײַן אַז מען זאָל זיך נישט צאַמנעמן אויפן גאַס אין קבוצות פון חוטאים און מחטיאים. איך בין אים געפאָרן אַהיימברענגן און ער זיצט מיר שוין עטליכע יאָר ווי אַ יפת תואר אַז ווען איך קום אהיים דערמאַן איך מיך אין אים פריש. לאָמיר האָפן ס´קומט אַ פרישע יאָר וועל איך קענען מיט אים עפּעס אַ שידוך טון. איך בין זיכער אַז ס´וועט זיך אויססאָרטירן. אַז נישט וועט חיהלע אים מיזן איבערשפּרינגן. דער רעגירונג זאָגט אַז זי וויל פון גאָרנישט הערן פאַר פסח ווײַל זי´ז הערשט געוואָרן זיבעצן אין די דרײַ וואָכן. וועלן מיר זען צי שבתי וועט איר געבן רשות. אַז איך באַקום אַ סליחות וועט עס שטאַרק העלפן אַז איך זאָל אים קענען פירן אונטער דער חופה בשעה טובה ומוצלחת.

Sunday, September 18, 2005

פּרשת כּי־תצא

פאַר איך שרײַב אויף מײַן פּרשת כּי־תצא מיז איך מוסיף זײַן אַ השמטה צו שופטים. איך וואָלט שטאַרק געוואָלט אַז אין צוויי הונדערט יאָר אַרום זאָל מען רעדן פון ´דער פּשוטער ייִד´ ווי מען רעדט הײַנט פון דער ייִד הקדוש. ס´וואָלט געווען אפילו אַ גלײַכער זאַך אַז ס´זאָלן זײַן פּלעצער אויף דער וועלט וואָס אויף מײַן יאָרצײַט זאָל מען נישט זאָגן תחנון. מאַכט נישט אויס ווען ס´איז בלויז בײַם קרעטשנעפער פון קרית־גת אָדער אַ האַלב צוועלעווע מנין. נישט ווײַל איך דאַרף כּבוד, איך דאַרף עס ווי אַ לאָך אין קאָפּ, איך דאַרף אויך נישט אַז מען זאָל מיר פאַררעכענען אַזוי חשוב אַז מײַנע אייניקלעך זאָלן דריקן אייגענע חתונה הזמנות אָן דעם צווייטן צד. דער עיקר איז מען זאָל וויסן אַז ס´האָט אַמאָל געלעבט אַ פשוטער ייִד וואָס כּשמו כּן הוא, געוועזן אַ ייִד אָן קיינע פּריטענציעס וואָס איז געגאַנגן אויפן ייִדישן וועג און געטון אַלעס על פּי ה´ ביד משה. ממילא חכמים הזהרו בדבריכם און איך דאַרף אובאַכט געבן וואָס איך שרײַב אַז ס´זאָל דערפון נישט אַרויס אַ חילול השם.

יענער וואָך האָב איך געשריבן כּאילו איך לאָדן אָן מײַן קאַר אין איך שטעל אין געפאַר דער לעבן פון מײַנע קינדער. מיז איך זאָגן אַז איך בין אין דעם אַ גאַנצער אונס און אונס רחמנא פּטריה. פון מײַן גראָסערי געשעפט, כאָטש ס´גייט נישקשה, קען איך מיר נישט ערלויבן אַ גרעסערע קאַר און ממילא אין הקומץ משביע את ההאַמעווי. אין אמתן הערט מען לא עלינו שרעקלעכע זאַכן אויך ווען ס´זיצן בלויז אַפּאָר אירע אין דער קאַר, און ישיבת כּרך קשה ממילא מיז מען דאָך פאָרן אין קאָנטרי און אַז מען זיצט אין דער קאַר איז עס דאָך אַזאַ שב ועל תעשה, און די ונשמרתם מאד לנפשותיכם חברה זענען מיר קיינמאָל נישט געפעלן, איך ווייס אַליין נישט וואָס איז מיט זיי אָבער שטענדיק זענען זיי אַזוי אָנגעצויגן און רעדן מיט אַזאַ נישטיקייט פון היימישע ערליכע ייִדן, און האָבן אָן אַ שיעור שליסלעך, און יעדער קעשענע קלינגט זיי מיט אַ צווייטן ניגון אַז פון אַזעלכע חברה היט איך מיך. איז בלית ברירה האָב איך אַביסל איבער געפילט דעם קאַר אָבער איך האָב געבעטן יעדן מען זאָל זיך שטאַרק אָנכאַפּן ווען איך דריי מיך אַ ווינקל.

יום ב´ לסדר בחוץ תעמוד
אינדערפרי בײַ שחרית האָט גערעגענט און אין מיטן דער הויכער שמונה־עשרה האָט זיך געהערט אַן אַלאַרעם פון אַ קאַר אין שיל. ס´האָט זיך מיר געדאַכט אַז ס´איז מײַנס ווײַל יודע צדיק נפש בהמתו, יעדער דערקענט זײַן קאַר אויפן קול. האָב איך מיר אַרויף געלייגט דער טלית אויפן של ראש אַז ס´זאָל נישט נאַס ווערן און איך בין מיר אַרויסגעגאַנגן. כּך הוה מײַן קאַר האָט געמאַכט די יללות. לעצטענס מאַכט עס קינצן און איך האָב מורא בודק זײן דעם פּראָבלעם ווײַל קאָסטן וועט עס זיכער. איך בין אַרויסגעגאַנגן בײַ שמע־קולנו און אַז איך בין צוריקגעקומן און דער עולם האָט געהאַלטן אין מיטן זאָגן בין איך זיכער געווען אַז מען האַלט שוין תחנון און איך האָב מיך אָנגעהויבן קלאַפּן אין דער ברוסט דורכגייענדיק דעם בית־מדרש. ס´האָט זיך אויסגעשטעלט אַז ס´איז געווען מודים דרבנן. איך האָב מיך נישט אויסגעדרייט צו די ליצים זיי נישט צו געבן דער הנאה.

ס´איז נישט געווען דער איינציקסטער יללה. אויף ראש־חדש איז אַרײַנגעקומן אין גראָסערי שמשון ד. און זײַן ערשטער שאלה נאָך איידער ער האָט געפרעגט צי די סענדוויטשן זענען פריש און ווען מען האָט זיי געליפערט, האָט ער געפרעגט צי איך האָב געבלאָזן שופר. איך האָב מיך געשעמט אַז איך האָב דערפון אינגאַנצן פאַרגעסן האָב איך אים געזאָגט אַז ר´ בעריש דער בעל תוקע איז געווען אין שיל ממילא איז עס אים געקומן. איך האָב באַלד אָנגערופן דער רעגירונג און איר געבעטן זי זאָל אַראָפּנעמן דער שופר פון דער העכסטער פּאָליצע לעבן דער אָנזאַמלונג פון די פישקעס וואָס מען האַלט אין איין איבערלאָזן פרישע אָן אויסצוליידיגן די אַלטע -- זיי מיינען איך האָב צײַט אָנצורופן דעם נומער ווען ס´איז פול -- און זי זאָל איבערלאָזןן דער שופר אויפן שבתדיקן עס טיש. איך האָב מיך אויך געמאַכט אַ קניפּ אין די ציצית. נאָך אַ גאַנצע וואָך וואָס יעדן טאָג צי איך אַרויס דער שופר פונעם טלית באַרטל בײַ ושמו אחד און פונדעסטוועגן כאַפּט מען מיר אויס, האָב איך הײַנט שוין צוגעלייגט דער שופר צום מויל בײַ ועל כּן נקוה און אַזוי געשטאַנען ביז נאָכן קדיש יתום און באַלד אָנגעהויבן אַ תקיעה. די תקיעות זענען געקומן ווי האָניק און מען האָט געהערט פון דעם עולמס שרײַ ´לדוד ה´ אורי´ אַז ס´איז געווען געבלאָזן.


יום ה´ לסדר והיה בשבתך חוץ
איך האָב געמיינט אַז מײַן מוישי איז דער איינציקסטער וואָס ווען מען זעצט זיך נאָר אַרײַן אין דער קאַר דאַרף ער גיין. דער פּרעזידענט האָט אויך אַן עדנלעכן פּראָבלעם. ס´איז אָבער מאָדנע אַז ער האָט עס אויפגעשריבן. אין חדר האָט מען אויפגעהויבן דער האַנט און ס´האָט געאַרבעט אַסאַך בעסער ווײַל אַז מען דאַרף גאָר שטאַרק קען מען טאַנצן מיט דער האַנט אין דער הייך. מיט אַ צעטעל וואָס וועט מען דען שרײַבן, ´רבי, אני צריך´? און אַז מען דאַרף גאָר שטאַרק, ´רבי אני צריך מאד´? און ס´וועט צוריק קומן אַ צעטל ´אתה לא צריך´? איך פאַרשטיי אָבער אינגאַנצן נישט דער טראַסק. איך בין געווען בײַ אַ טיש פון אַ גרויסן רבין און ער איז כּסדר ארויסגעגאַנגן און קיינער האָט זיך נישט צוטון געמאַכט. אפשר ווײַל ס´איז געווען שבת האָט ער גאָרנישט געקענט אויפשרײַבן. עפּעס בײַ אונז ייִדן שרײַבט מען נישט צופיל אויף אויסער אַמאָל אַ קוויטל. אַז מען וויל וויסן נײַעס איז דער בעסטער פּלאַץ דער מקווה נישט די צײַטונגן ווײַל זיי זענען סײַווי ריין פון לשון הרע. אונז לערנען דאָך כּסדר תורה שבעל פּה און דאָס טאָר מען נישט אויפשרײַבן נאָר ווען ס´איז עת לעשות לה´.

שבת קודש לסדר אשת יפת תואר
פרײַטיק צו נאַכטס האָב איך געזאָגט בײַם סעודה אַז איך קלער צו פאָרן קיין אומאַן אויף ראש־השנה. איך האָב עס געזאָגט בײַ דער יויך אָנכאַפענדיק דאָס גערגל אַזויווי איך האָב אַראָפּגעצויגן אַ לאַנג שטריקל פלייש. דער רעגירונג האָט זיך צולאַכט, ´וואָס איז דאָס פאַר אַ משוגעת?´ איך האָב געקוקט צו שבתין ער זאָל עפּעס זאָגן וועגן דעם ענין אָבער ער האָט געהאַלטן טיף אינמיטן מעביר סדרה זײַן. בײַ די יאָרן קען איך אים שוין נישט אײַנטיילן.

´פאַרוואָס אַ משוגעת? ס´פאָרן אַהין טויזענטער ייִדן איז לאָמיך אויך פאָרן,´ און איך האָב געמאַכט אַ מציצה בפּה אַרויסצונעמן דער אינערווייניקסטער אָדער וואָס לויפט דורך דאָס גערגל. מחמת דער האַקלקייט פונעם ענין, ווי דער בלאַט האָט די וואָך געשריבן, האָט זיך דאָס גערגל צוברעקלט אויף שברי שברים און ס´זענען געפלויגן שטיקלעך ימה וקדמה. דער רעגירונג האָט געברענגט סערוויעטלעך פאַרן טישטיך און איך האָב איר באַרוהיקט אַז ס´איז סײַווי דאָ אַ פּלאַסטיק אויפן טיש און אָנגעהויבן זינגן מה ידידות.

שבת אינדערפרי בײַם לייענען האָט שמשון ד. זיך געזעצט צו מײַן טיש, און אַזויווי דער בעל־קורא האָט אַרויסגעזאָגט אשת יפת־תואר האָט ער געזאָגט בקול רם ווי זײַן שטייגער איז אַז ווייסט דו פאַרוואָס אַ יפת־תואר איז דווקא במלחמת רשות? ווײַל אין ארץ־ישראל איז דאָ אַ מאַנגל פון שיינהייטן. איך זיץ לעבן דער ספרים שאַנק און פונקט איז דער דיין דאָרט געווען זוכן אַ חומש און מען האָט געזען פון וויאַזוי ער האָט זיך איבערגעצויגן דער טלית איבערן מויל צו היסן אַז ס´איז אים געפעלן. איך האָב געגעבן אַ שושקע אַז מײַן טיש זאָל נישט ווערן אַ מושב לצים.

Tuesday, September 13, 2005

שופטים ושוטרים תתן לך

יום א´ לסדר שופטים ושוטרים תתן לך
מיר זענען ברוך השם אָנגעקומן בשלום פון דער קאָנטרי. דער קאַר איז געווען אַביסל איבערגעפילט, קיין עין הרע גדיים נעשו תיישים, און איך האָב געגעבן פאַר די חברה אַ סימן אַז ווען איך זאָג שופטים ושוטרים זאָלן זיי זיך אַראָפּלייגן די קעפּ. ברוך השם דער רייזע איז אַריבער בלי שום שטן ופּגע רע, אויסער אַז דער קליינער מוישי האָט זיך דערמאַנט אַז ער דאַרף אַרויסגיין פינעף מינוט נאָכן אַרויספאָרן. שבתי, מײַן חתן בחור, דאָס הייסט עומד להיות חתן כּחתן דמי, גאַנץ אַ שיינע תלמוד חכם נאָר דער באָרד איז אים צו לאַנג און הוא בשלו אַז פאַר דער חתונה האָט עס נישט אַ פּנים אַרויפצודרייען, ער האָט געזאָגט אַז מען דאַרף מאַכן אַן על המחיה אָדער בורא נפשות פאַר תפלת הדרך ווײַל ס´דאַרף זײַן סמוכה לחברתה אָדער עפּעס אַזוי. איך האָב אים געזאָגט אַז איך זאָג שוין אַזוי תפלת הדרך די לעצטע ווייס איך וויפיל יאָר און ברוך השם מען האָט מיך נאָך קיינמאָך נישט אָפּגעשטעלט אויף קין איין ווײַאָליישן און איך האָב נאָך קיינמאָל נישט געהאַט קיין עקסידענט. דער רעגירונג האָט זיך אָנגערופן, ´חס וחלילה. רעד נישט אַזוי. אל תפתח פה לשטן.´ שבתי האָט זיך ווײַטער געטענהט מיט אַ טורי זהב און אַ מגן אברהם האָב איך אַרויף געדרייט יאָסעלע פליט.

יום ב´ לסדר כּי תקרב אל עיר להלחם עליה וקראת אליה לשלום
איך בין צוגעגאַנגן צום עמוד לכּבוד ראש־חודש. איך גיי צו אַ גאַנצע וואָך אויך. איך בין נישט ווי די וואָס גיין נאָר צו ווען זיי קענען אַרײַנכאַפּן אַ הלל, אַ שאָד נאָר אַז מען שיקט מיך קיינמאָל נישט צו אויף אַ קבלת שבּת. איך האָב שוין מרמז געווען פאַרן גבאי אַז ער וואָלט מיר געמעגט אַמאָל צושיקן אָבער ער מאַכט זיך נישט צו טון. על כּל פּנים איך האַלט שטאַרק נישט פון זינגן הללו את ה´ אין דער וואָכן. דער עולם דאַרף גיין אַרבעטן און זינגן איז פאַר שבת און יום־טוב. הייב איך אָן צו זאָגן הללו את ה´ אין דער נוסח פון לך אזבח און אַפּאָר מחוצפים פון אינטן הייבן מיר אָן אַרײַנצוזינגן. איך האָב מיר ווײַטער געזאָגט נאָר אַביסל העכער און הילכיק אויסגערופן מן המצר אַז די זינגערס זענען געבליבן מיט די ראָלאַָלאָס און נאַנאַנאַס אין דער לופט. איך קען די חברה, דאָס זענען די זעלבע וואָס ווען איך שטעל מיך אדון עולם זיבן אַזייגער אויפן האָר קומן זיי מיט טענות ווען איך האַלט שוין בײַ ברוך שאמר אַז איך זאָל מיך נישט אַזוי יאָגן. בײַ ברכו נפשי האָב איך מיך געגעבן אַ דרײ אויס און אַ שרײַ געטון ´יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב´ אַז זיי האָבן זיך אַלע פאַרשטעקט. דער עולם האָב אינגאַנצן מיט מיר געהאַלטן און מען האָט מיט מיר געזאָגט ווען מען איז געקומן קישן דער ספר־תורה אונטערוועגענס צום בימה. מוסף האָב איך איבערגעגעבן און איך בין אַנטלאָפן נאָך כּתר.

שבת קודש לסדר וערפו את העגלה
בּײַ שלש־סעודות האָט מען געגעבן פײַנע דיפּס, איך ווייס אַליין נישט ווער ס´האָט געהאַט יאָרצײַט אָבער אַז די נשמה האָט זיך מחיה געווען ווי דער עולם בײַ מײַן טיש שטייט זי גוט. איינער האָט געזאָגט איבער די עקסידענטן און טראַגעדיעס פונעם זימער אַז ס´שטייט פון מקובלים אַז אַן עיבור יאָר איז אַ צײַט פון פורעניות. שמשון ד. האָט געשפּעט מיט אַ מויל פול מיט הערינג אַז מען זאָל נישט רעדן אַזוי הויך װײַל בײַ דער נעקסטער טיש זיצן צוויי אינשורענס סיילסמען און אויפן קומענדיקן עיבור יאָר וועט מען העכערן די פּרימיומס. אַז דער עולם האָט אים משתיק געווען האָט ער זיך אַרײַנגעגאָסן אַ גלעזל סעלצער אין מויל אַרײַן און געגעבן אַ גרעפּס. שווער צו פאַרשטיין די זאַכן אָבער איך קען נישט גלייבן אַז ס´האָט צוטון מיט אַ צווייטן אדר. מען זאָגט דאָך פאַרדעם ולכפּרת פּשע. ס´איז זייער שווער זיך צו קריגן האָב איך מיר געהאַלטן דאָס מויל. אויף מוצאי שבת איז געווען אַ הערלעכע לבנה אַז איך בין זיכער אַז אַפילו אָן די לעמפּ וואָלט איך מיך געקענט בודק זײַן די ציצית. איך האָב אָנגעהויבן דער טובים מאורות ניגון. אַ גוטן חודש.